
וועגן דעם עלעקטראָנישן סטודיאָ EMS
ברוכים־הבאָים אין דעם שוועדישן צענטער פֿאַר עלעקטראָ־אַקוסטישער מוזיק און קלאַנג־קונסט.
אונדזער אויפֿגאַבע
זינט 1964 האָבן מיר בײַגעשטײַערט אַ לעבעדיק מוזיקאַליש לעבן מיט שײַכות צו עלעקטראָ־אַקוסטישער מוזיק און קלאַנג־קונסט.
אונדזער אויפֿגאַבע האַנדלט זיך וועגן דעם שטיצן אַ קינסטלערישע אַנטוויקלונג אינעם זשאַנער און שאַפֿן מעגלעכקייטן פֿאַר סײַ קאָאָפּעראַציעס סײַ לערנען.
סטודיאָס מיט ערשטקלאַסיקער טעכנאָלאָגיע
יעדעס יאָר באַגריסן מיר עטלעכע הונדערטע שוועדישע און אויסלענדישע קאָמפּאָזיטאָרן און קלאַנג־קינסטלערס צו אונדז אויף סאָדער מעלאַרסטראַנד אין שטאָקהאָלם. אונדזערע סטודיאָס האָבן ערשטקלאַסיקע טעכנאָלאָגישע אויסריכטונגען און זענען אָפֿן טאָג ווי נאַכט דעם גאַנצן יאָר.
קורסן און אויסבילדונגען
דורך אונדזערע קורסן ווערן אונדזערע סטודיאָס צוטריטלעך צו נײַע און עטאַבלירטע קינסטלערס וואָס ווילן זיך אַנטוויקלען און זיך לערנען מער וועגן דעם זשאַנער.
וווינונג און ניצן די סטודיאָס
דורך אונדזער אינטערנאַציאָנאַלער וווינונג־פּראָגראַם קריגן קאָמפּאָזיטאָרן אַ מעגלעכקייט צו אַרבעטן אין אונדזערע סטודיאָס. מיר אַקצעפּטירן אינטערנאַציאָנאַלע אַפּליקאַציעס איין מאָל אַ יאָר.
געשיכטע און צוקונפֿט טרעפֿן זיך
ווען EMS איז געגרינדעט געוואָרן מיט איבער 60 יאָר צוריק איז דער סטודיאָ געווען אַ קינסטלערישער און טעכנאָלאָגישער פּיאָניר־פּראָיעקט – דער איינציקער אַזאַ פּראָיעקט אין דער וועלט. זינט דעמאָלט איז EMS געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר קאָמפּאָזיטאָרן און קינסטלערס וואָס אַרבעטן מיט קלאַנג.